Welcome to the Audio Companion for Uriel Weinreich's College Yiddish! This page offers audio recordings to enhance your study of this foundational Yiddish language textbook. By combining the written text with spoken word, students can better appreciate the rich phonetics, cadence, and humor of the Yiddish language. Whether you're a beginner or advanced student, these recordings provide an invaluable tool for developing proper pronunciation and listening comprehension skills.


Chapter 1
ייִדיש אין אַלע לענדער
Yiddish in Every Country!
Chapter One (PDF)
ייִדיש אין אַלע לענדער
Audio Recording
ערשטע לעקציע
ייִדן אין אַלע לענדער
ייִדן זײַנען הײַנט אַ פאָלק פֿון דרײַצן מיליאָן. ייִדן וווינען אויף אַלע קאָנטינענטן: אין אַמעריקע, אין אײראָפּע, אין אַזיע, אין אַפֿריקע און אין אויסטראַליע. איבער אַ העלפֿט פֿון אַלע ייִדן וווינען הײַנט אין אַמעריקע. איבער פֿינף מיליאָן ייִדן וווינען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אין ניו־יאָרק וווינען איבער צוויי מיליאָן ייִדן. אַנדערע ייִדישע צענטערס אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן זײַנען: שיקאַגאָ, פֿילאַדעלפֿיע, לאָס־אַנדזשעלעס, באָסטאָן, דעטרויט, סינסינאַטי. אין אַרגענטינע, קאַנאַדע און מעקסיקע וווינען אויך אַ סך ייִדן. אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן רעדן ייִדן ייִדיש און ענגליש. אין אַרגענטינע און מעקסיקע רעדן ייִדן ייִדיש און שפּאַניש. אין אַ סך לענדער רעדן ייִדן ייִדיש. ייִדיש איז די שפּראַך פֿון ייִדן אין אַ סך לענדער. ייִדיש פֿאַראייניקט ייִדן פֿון אַלע לענדער.
Text Transcript

Chapter 2
דער לערער און די תּלמידים אין קלאַס
The Teacher and the Students in Class
Chapter Two (PDF)
דער לערער און די תּלמידים
אין קלאַס
Audio Recording
צווייטע לעקציע
דער לערער און די תּלמידים אין קלאַס
דער קלאַס איז גרויס. אין קלאַס לערנען זיך תּלמידים. די תּלמידים האָבן העפֿטן און פֿעדערס. דער לערער שרײַבט מיט קרײַד אויפֿן טאָוול. ער שרײַבט גרויסע ייִדישע אותיות. די תּלמידים לייענען די ווערטער און שרײַבן זיי אין די העפֿטן.
יוסף שטיינבערג איז אַ תּלמיד. ער שרײַבט ניט קיין ייִדיש, ער לייענט נאָר. ער לערנט זיך. ער האָט אַ נײַע העפֿט. ער האָט אויך זייער אַ גוטע פֿעדער. דער לערער פֿרעגט אים:
״וויפֿל ייִדן וווינען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן?״
יוסף ענטפֿערט: ״אַ סך ייִדן.״
דער לערער זאָגט: ״ריכטיק. דאָ וווינען אַ סך ייִדן. אָבער וויפֿל? אַ מיליאָן אָדער צוויי מיליאָן?״
״אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן וווינען איבער פֿינף מיליאָן ייִדן״, זאָגט יוסף.
״ריכטיק. יוסף ווייסט. יוסף איז אַ גוטער תּלמיד. און וויפֿל ייִדן וווינען אין ניו־יאָרק?״
יוסף ענטפֿערט: ״אין ניו־יאָרק זײַנען דאָ אַ מיליאָן ייִדן.״
״ניין, ניט ריכטיק״, זאָגט דער לערער, און שרײַבט אויפֿן טאָוול:
א י ן נ י ו־י אָ ר ק ו ו ו י נ ע ן א י ב ע ר צ ו ו י י מ י ל י אָ ן י יִ ד ן.
איצט ווייסן אַלע תּלמידים, וויפֿל ייִדן וווינען אין ניו־יאָרק.
״צי זײַנען דאָ ייִדן אין אויסטראַליע?״ פֿרעגט דער לערער.
״ניין, אין אויסטראַליע זײַנען ניטאָ קיין ייִדן״, ענטפֿערט אַ תּלמיד.
״ניט ריכטיק״, זאָגט יוסף, ״אין אַלע לענדער זײַנען דאָ ייִדן.״
״וואָסערע שפּראַכן רעדן ייִדן?״
די תּלמידים ענטפֿערן: ״אין אַמעריקע רעדן אַ סך ייִדן ענגליש. אין אַנדערע לענדער רעדן ייִדן שפּאַניש און אַנדערע שפּראַכן. אין ישׂראל רעדן זיי העברעיִש."
״אָבער וואָסער שפּראַך קענען ייִדן אין אַלע לענדער?״
״אין אַלע לענדער קענען זייער אַ סך ייִדן ייִדיש״, זאָגט אַ צווייטער תּלמיד. ״ייִדיש איז אַן אינטערנאַציאָנאַלע ייִדישע שפּראַך. ייִדן רעדן, לייענען און שרײַבן ייִדיש.״
Text Transcript

Chapter 3
אין ניו-יאָרק אויף דער גאַס
On the Streets of New York
Chapter Three (PDF)
אין ניו-יאָרק אויף דער גאַס
Audio Recording
דריטע לעקציע
אין ניו־יאָרק אויף דער גאַס
ניו־יאָרק איז אַן אינטערנאַציאָנאַלע שטאָט. אַ סך מענטשן אין ניו־יאָרק זײַנען אימיגראַנטן פֿון פֿאַרשיידענע לענדער. אַ סך אַנדערע זײַנען קינדער פֿון אימיגראַנטן. אויף דער זעלביקער גאַס וווינען ייִדן, איטאַליענער, שפּאַניער, גריכן, אַפֿרו-אַמעריקאַנער, כינעזער, אײַרלענדער.
הײַנט איז אַ יום־טובֿ. עס איז אַ שיינער און וואַרעמער טאָג. יוסף און משה גייען שפּאַצירן. זיי זעען אַ סך אינטערעסאַנטע זאַכן. זיי גייען צוזאַמען און רעדן.
אין גרויסן פּאַרק שפּילן זיך קינדער. זיי וווינען אין די הײַזער לעבן פּאַרק. דאָ אין דעם גרויסן הויז וווינען אַ סך ייִדן.
ייִדן לייענען ייִדישע צײַטונגען. לעבן הויז פֿאַרקויפֿט מען צײַטונגען אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן. אין ניו־יאָרק גייען אַרויס צוויי צײַטונגען אויף ייִדיש. זיי גייען אַרויס אַלע טאָג. אַן ענגלישע צײַטונג שרײַבט ניט קיין סך וועגן ייִדן, אָבער אין אַ ייִדישער צײַטונג שרײַבט מען וועגן ייִדן אין אַלע לענדער.
דאָרטן איז אַ ייִדישע שול. ייִדישע קינדער קומען נאָר מיטאָג אין שול און לערנען זיך. זיי רעדן, לייענען און שרײַבן ייִדיש. משהם קליינער ברודער גייט אין שול. ער איז אַ תּלמיד אין ערשטן קלאַס. ער קען אַלע אותיות.
Text Transcript

Chapter 4
די פֿרידמאַנס אין דער היים
At Home with the Freedmans
Chapter Four (PDF)
די פֿרידמאַנס אין דער היים
Audio Recording
פֿערטע לעקציע
די פֿרידמאַנס אין דער היים
הער פֿרידמאַן און פֿרוי פֿרידמאַן וווינען אין אַ שיין הויז אין ניו־יאָרק צוזאַמען מיט זייערע קינדער. זיי האָבן צוויי קינדער: אַ זון, שלמה, און אַ טאָכטער, אסתּר. שלמה לערנט זיך מעדיצין, ווײַל ער וויל זײַן אַ דאָקטער. פֿר׳ פֿרידמאַן גייט אין קאָלעדזש.
שלמה איז אסתּרס ברודער. אסתּר איז שלמהס שוועסטער.
שלמה קומט אַהיים פֿון שול. פֿר׳ פֿרידמאַן איז אין אַן אַנדער צימער.
״מאַמע, דו אַרבעטסט?״ פֿרעגט שלמה.
״יאָ, איך אַרבעט״, זאָגט די מאַמע. ״און וואָס טוסטו, שלמה?״
״איך קום איצט פֿון שול. דער טאַטע איז שוין אין דער היים?״
״ניין, אָבער ער קומט באַלד״, זאָגט פֿר׳ פֿרידמאַן. ״ער קומט צוזאַמען מיט אסתּרן.״
ה׳ פֿרידמאַן און אסתּר קומען אַהיים. דער טאַטע זעט, אַז שלמה לייענט אַ בוך. ״וואָס לייענסטו, שלמה?״ פֿרעגט ער.
״איך לייען אַ ייִדיש בוך, טאַטע.״
״ווי הייסט דאָס בוך?״
״איך לייען שלום־עליכמס מעשׂיות פֿאַר ייִדישע קינדער.״
״איך קען דאָס בוך!״ זאָגט ה׳ פֿרידמאַן. ״עס איז זייער אַן אינטע־ רעסאַנט בוך.״
אסתּר קומט אויך אַרײַן אין צימער. ״איך הער, אַז איר רעדט שוין ווידער וועגן ביכער״, זאָגט זי. ״געגנט.״ די מאַמע זאָגט, אַז מיר קענען שוין עסן.״
״דו הערסט, שלמה? די מאַמע זאָגט, אַז מען קען שוין עסן. אסתּר. מיר קומען באַלד.״
Text Transcript

Chapter 5
ייִדן דערציילן
Jews Tell Stories
Chapter Five (PDF)
ייִדן דערציילן
Audio Recording
פֿינפֿטע לעקציע
אַלע מענטשן זײַנען ברידער
פֿון י. ל. פּרץ (1852—1915)
אַלע מענטשן זײַנען ברידער:
ברוינע, געלע, שוואַרצע, ווײַסע.
פֿעלקער, לענדער און קלימאַטן —
ס׳איז אַן אויסגעטראַכטע מעשׂה.
ווײַסע, שוואַרצע, ברוינע, געלע —
מישט די פֿאַרבן אויס צוזאַמען!
אַלע מענטשן זײַנען ברידער
פֿון איין טאַטן, פֿון איין מאַמען.
***
ייִדן דערציילן!
ער לעבט פֿון דעם
״ווי גייט אײַער געשעפֿט?״
״זייער שלעכט. איך פֿאַרליר געלט אַלע טאָג.״
״פֿאַר וואָס פֿאַרמאַכט איר ניט דאָס געשעפֿט?״
״ווי קען איך? איך לעב פֿון דעם!״
***
אַ גוטע פֿראַגע
״פֿאַר וואָס ענטפֿערט אַ ייִד אַלע מאָל מיט אַ פֿראַגע?״
״פֿאַר וואָס ניט?״
***
ווי הייסט איר?
אַ ייִד קומט צו אַ צווייטן ייִד אין הויז און פֿרעגט:
״זײַ אַזוי גוט, זאָגט מיר: איר הייסט שלמה גאָלדבערג?״
״יאָ״, זאָגט דער אַנדערער ייִד.
דער ערשטער ייִד גיט אים אַ פּאַטש. אָבער דער צווייטער לאַכט.
״ה׳ גאָלדבערג, פֿאַר וואָס לאַכט איר?״ פֿרעגט דער ערשטער.
״ווײַל איך הייס גאָרניט שלמה גאָלדבערג! איך הייס דוד שוואַרץ!״
***
אַן עצה
אַ ייִנגל זעט, ווי אַ בריוו־טרעגער טראָגט אַ שווערן זאַק.
״וואָס האָט איר דאָרטן אין זאַק?״ פֿרעגט ער דעם בריוו־טרעגער.
״איך טראָג בריוו״, זאָגט דער בריוו־טרעגער.
״אויב איר האָט אַזוי פֿיל בריוו״, זאָגט דאָס ייִנגל, ״פֿאַר וואָס שיקט איר זיי ניט דורך פּאָסט?״
***
קאָניוגאַציע
דער לערער: וועגן וואָס לערנען מיר הײַנט?
חיים: וועגן קאָניוגאַציע.
דער לערער: ריכטיק. הערט ווי איך קאָניוגיר: איך גיי, דו גייסט, ער גייט, מיר גייען, איר גייט, זיי גייען. חיים, איצט קאָניוגיר דו.
חיים: אַלע גייען!
Text Transcript

Chapter 6
לאָמיר באַגריסן
Let's Get to Know Each Other
Chapter Six (PDF)
לאָמיר באַגריסן
Audio Recording
זעקסטע לעקציע
אַ שמועס
— נו, וואָס מאַכט איר?
— עט, מע...
— ווי גייט דאָס געשעפֿט?
— עט...
— און וואָס מאַכט די פֿרוי?
— יאָ...
— נו, און די קינדער?
— נו... ניט שלעכט...
— און דער ברודער?
— בע...
— אַ גוטן טאָג!
— אַ גוטן טאָג! עס איז גוט, ווען מען כאַפּט אַ שמועס מיט אַ גוטן־פֿרײַנד!
Text Transcript

Chapter 7
משפּחה אין אַנדערע לענדער
Family Abroad
Chapter Seven (PDF)
משפּחה אין אַנדערע לענדער
Audio Recording
זיבעטע לעקציע
משפּחה אין אַנדערע לענדער
יוסף קומט צו גאַסט צו משהן.
יוסף: גוט־מאָרגן, משה.
משה: גוט־מאָרגן, גוט־יאָר.
יוסף: וואָס טוסטו?
משה: איך שרײַב אַ בריוו צו מײַן פֿעטער.
יוסף: ווּו וווינט דײַן פֿעטער?
משה: אין ישׂראל. איך האָב אַ צווייטן פֿעטער. ער וווינט אין פּאַריז. איר האָט אויך משפּּחה אין אַנדערע לענדער?
יוסף: יאָ, איך האָב אַ פֿעטער אין דײַטשלאַנד און אַ מומע אין איטאַליע. די מומע קומט פֿון פּוילן. מיר שרײַבן דער מומע בריוו. אָפֿט שיקן מיר איר געלט אויך. מיר דאַרפֿן איר העלפֿן.
משה: מײַן פֿעטער אין ישׂראל וווינט מיט זײַן פֿרוי און זון אין אַ קיבוץ לעבן תּל־אָבֿיבֿ. אין דעם קיבוץ וואַקסן מאַראַנצן. דער פֿעטער שרײַבט, אַז תּל־אָבֿיבֿ איז זייער אַ שיינע שטאָט, אָבער ער וויל ניט וווינען אין שטאָט. ער וויל אַרבעטן אויף דער ערד. זײַן אַרבעט איז פֿירן אַ טראַקטאָר. דער פֿעטער וויל, מיר זאָלן קומען צו אים צו גאַסט.
יוסף: וואָס טוט דײַן שוועסטערקינד אין ישׂראל?
משה: מײַן שוועסטערקינד גייט אין שול. ער קען גוט העברעיִש און ייִדיש. ער וויל ווערן אַן אַרכיטעקט און קענען בויען הײַזער. ער שרײַבט, אַז אין ישׂראל דאַרף מען איצט אַ סך בויען.
יוסף: ייִדן אין אַמעריקע דאַרפֿן געבן געלט די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס וואָס שיקן הילף פֿאַר ייִדן אין אײראָפּע און ישׂראל. קינדער אין די שולן און סטודענטן אין די אוניווערסיטעטן פֿאַרשטייען דאָס און גיבן אויך געלט.
משה: ווייסט וואָס, יוסף? פֿאַר צען דאָלאַר קען אַ ייִדיש קינד אין פֿראַנקרײַך לעבן צען טעג. לאָמיר צוזאַמען שיקן צען דאָלאַר.
יוסף: זייער גוט, משה. לאָמיר דאָס הײַנט טאָן. נו, איך גיי, אַ גוטן טאָג.
משה: אַ גוט יאָר, יוסף.
Text Transcript

Chapter 8
ייִדן אין געטאָ
Jews in the Ghetto
Chapter Eight (PDF)
ייִדן אין געטאָ
Audio Recording
אַכטע לעקציע
ייִדן אין געטאָ
אין דער צײַט פֿון דער מלחמה זײַנען די דײַטשן געקומען אין פּוילן און אין רוסלאַנד. אין אַלע שטעט וווּ ייִדן האָבן געווינט האָבן די דײַטשן געמאַכט געטאָס, און ייִדן האָבן געמוזט וווינען אין די געטאָס. אין די געטאָס איז געווען שרעקלעך ענג: אין איין צימער האָבן אָפֿט געוווינט צוואַנציק מענטשן. אויף אַנדערע גאַסן פֿון דער שטאָט האָבן ייִדן ניט געטאָרט וווינען. מען האָט זיי געלאָזט אַרויסגײן פֿון געטאָ נאָר ווען מען האָט זיי געשיקט אין שטאָט אַרבעטן פֿאַר די דײַטשן. די דײַטשן האָבן געגעבן ייִדן זייער ווייניק עסן, און פֿון אַנדערע לענדער האָבן ייִדן אויך גאָרניט געקענט קריגן. ייִדן האָבן ווייניק געגעסן און שווער געאַרבעט. אַ סך זײַנען געוואָרן קראַנק און געשטאָרבן פֿון הונגער און פֿון עפּידעמיעס. ייִדישע דאָקטוירים האָבן געטאָן וואָס זיי האָבן געקענט, אָבער קיין מעדיצין האָבן ייִדן פֿון די דײַטשן ניט געקראָגן.
אין געטאָ האָבן ייִדן נאָך ניט געוווּסט, וואָס די דײַטשן ווילן טאָן מיט זיי. מען האָט שווער געלעבט, אָבער מען האָט געפּראַוועט יום-טובֿים, מען האָט אָרגאַניזירט לעקציעס, כאָרן און אַפֿילו טעאַטערס. פֿאַר קינדער האָבן ייִדן געמאַכט שולן אין געטאָ. מען האָט אָבער ניט געקענט קיין סך לערנען, ווײַל אַפֿילו קינדער האָבן געמוזט אַרבעטן.
נאָך דעם האָבן די דײַטשן "ליקווידירט" די געטאָס. אין אַ סך שטעט האָבן ייִדן געקעמפֿט קעגן די דײַטשן (אַלע ווייסן הײַנט וועגן דעם אויפֿשטאַנד אין געטאָ אין וואַרשע). ייִדן האָבן געהאַט זייער ווייניק געווער, און די דײַטשן האָבן גענוצט טאַנקען, אַעראָפּלאַנען און גאַזן קעגן די ייִדן.
די דײַטשן האָבן אומגעברענגט זעקס מיליאָן ייִדן. ביז דער מלחמה אין 1939, זײַנען אויף דער וועלט געווען זיבעצן מיליאָן ייִדן. נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה אין 1945, זײַנען געבליבן עלף מיליאָן.
Text Transcript

Chapter 9
אַן אַלטער בריוו
An Old Letter
Chapter Nine (PDF)
אַן אַלטער בריוו
Audio Recording
נײַנטע לעקציע
אַן אַלטער בריוו
איין מאָל האָט משה געפֿונען אין דער חיים אַן אַלטן בריוו. דער בריוו איז געווען פֿון זײַן שוועסטערקינד הערשעלע וואָס האָט בײַ דער מלחמה געוווינט אין ווילנע (פּוילן). די דײַטשן האָבן אים אומגעברענגט אין געטאָ. דער בריוו איז געקומען פֿאַר דער מלחמה, ווען משה איז נאָך געווען אַ ייִנגל. ער האָט נאָך ניט געקענט לייענען קיין ייִדיש. איצט קען ער שוין לייענען וואָס הערשל האָט געשריבן:
״טײַערער פֿעטער און מומע,
״אין מײַן לעצטן בריוו האָב איך אײַך דערציילט וועגן ווילנע. אָבער ווען איך האָב געשריבן וועגן מײַנע חבֿרים, האָב איך אײַך גאָרניט דערציילט וועגן מײַן שול. דערפֿאַר האָב איך באַשלאָסן אײַך הײַנט צו שרײַבן וועגן דעם.
״איך לערן זיך אין אַ ייִדישער שול, און איך בין שוין אין פֿינפֿטן קלאַס. מיר לערנען אַלע לימודים אויף ייִדיש, חוץ געשיכטע פֿון פּוילן. מער פֿון אַלע לימודים געפֿעלט מיר ייִדישע געשיכטע, ווײַל איך וויל וויסן אַלץ וואָס איז געשען מיט מײַן פֿאָלק. איך דאַרף נאָך גיין אין פֿאָלקשול איין יאָר. ווען מען ענדיקט די פֿאָלקשול גייט מען אין גימנאַזיע. אין ווילנע איז דאָ אַ ייִדישע גימנאַזיע אויך.
״איך פֿרעגט, וואָס איך און מײַנע חבֿרים טוען אין דער פֿרײַער צײַט. אין אָוונט גייען מיר זייער אָפֿט אין קלוב. מיר אַבאָנירן זשורנאַלן פֿאַר דער ביבליאָטעק און מיר לייענען זיי צוזאַמען. מיר מאַכן אַליין אַ צײַטונג אַלע וואָך.
״אין אַ סך שטעט זײַנען דאָ ייִדישע ספּאָרט־אָרגאַניזאַציעס ׳מכבי׳. נעכטן האָט די פֿוסבאָל־מאַנשאַפֿט פֿון ווילנע געשפּילט קעגן וואַרשע און האָט פֿאַרלוירן. אָבער די ווילנער מאַנשאַפֿט איז סײַ ווי סײַ אַ גוטע, און דאָס לעצטע יאָר האָבן מיר זייער אָפֿט געוווּנען.
״וואָס מאַכט איר אַלע? וואָס מאַכט משה? ער האָט מיר קיין מאָל ניט געשריבן קיין בריוו. צי געדענקט ער מיך נאָך? איך געדענק נאָך גוט, ווי איר זײַט געווען בײַ אונדז צו גאַסט.
״שרײַבט מיר!
אײַער
הערשל.״
אַ נאַר און אַ חכם
ייִדן זאָגן: ווען מען דערציילט אַ נאַר אַ מעשׂה, לאַכט ער דרײַ מאָל. איין מאָל, ווען מען דערציילט אים די מעשׂה; אַ צווייט מאָל, ווען מען דערקלערט זי; און נאָך איין מאָל, ווען ער פֿאַרשטייט זי.
ווען מען דערציילט אַ חכם אַ מעשׂה, זאָגט ער: ״אַן אַלטע מעשׂה! איך האָב זי שוין געהערט אַ סך מאָל!״ און ער קען אַליין דערציילן די מעשׂה אַנדערש.
Text Transcript

Chapter 10
מעשׂיות
Stories
Chapter Ten (PDF)
מעשׂיות
Audio Recording
צענטע לעקציע
פֿאַר וואָס?
אַ ייִד האָט אַ מאָל געפֿרעגט בײַ אַ חבֿר:
״דערקלער מיר, איך בעט דיך. פֿאַר וואָס שײַנט די זון זומערצײַט, ווען עס איז צו וואַרעם און מען דאַרף זי ניט האָבן, אָבער ווינטערצײַט, ווען עס ווערט קאַלט, ווען עט גייט אַ רעגן און אַ שניי — דעמאָלט איז די זון ניטאָ? ״דער אַנדערער ייִד איז אויך געווען אַ קלוגער, האָט ער געזאָגט:
״דאָס איז גאָרניט. איך וויל דיך עפּעס פֿרעגן. פֿאַר וואָס שײַנט די זון בײַ טאָג, ווען עס איז סײַ ווי סײַ ליכטיק? בײַ נאַכט, ווען עס איז פֿינצטער, איז זי ניטאָ. און די קליינע לבֿנה דאַרף שײַנען אַליין!״
דער ליגן
אויף ייִדיש זײַנען דאָ אַ סך מעשׂיות וועגן ייִדן אין באַן. איין מעשׂה דערציילט מען אַזוי:
צוויי ייִדן־קאָנקורענטן האָבן זיך אַ מאָל געטראָפֿן אין באַן.
״שלום־עליכם, ר׳ דוד.״
״עליכם־שלום, ר׳ יצחק.״
״וווהין פֿאָרט איר, ר׳ דוד?״
״איך פֿאָר קיין מינסק קויפֿן ווייץ.״
ר׳ יצחק הערט דאָס און שמייכלט.
״פֿאַר וואָס שמייכלט איר, ר׳ יצחק?״
״איך פֿאַרשטיי ניט, פֿאַר וואָס איך זאָג מיר אַ ליגן.״
״אַ ליגן? וואָסער ליגן? איך האָב אײַך שוין אַ סך מאָל געזאָגט אַ ליגן?״
״גייט, גייט, ר׳ דוד! איך פֿאַרשטיי אײַך זייער גוט. איר זאָגט מיר, אַז איר פֿאָרט קיין מינסק נאָך ווייץ, איך זאָל מיינען, אַז איר פֿאָרט קיין וואַרשע נאָך מעל. אָבער איך ווייס דאָך, אַז איר פֿאָרט טאַקע קיין מינסק נאָך ווייץ. טאָ פֿאַר וואָס דאַרפֿט איר מיר זאָגן אַ ליגן?״
דער שפּיגל
״זיידע, פֿאַר וואָס טראַכטן רײַכע מענטשן אַלע מאָל וועגן זיך?״ האָט רחל אַ מאָל געפֿרעגט דעם זיידן. ״פֿאַר וואָס ווערן זיי אַזוי קאַרג, ווען זיי קריגן אַ ביסל געלט?״
דער זיידע האָט זי צוגעפֿירט צום פֿענצטער און געפֿרעגט: ״וואָס זעסטו דורכן פֿענצטער, רחל?״
״מענטשן,״ האָט רחל געענטפֿערט.
נאָך דעם האָט זי דער זיידע צוגעפֿירט צום שפּיגל. ״און וואָס זעסטו איצט?״
״איך זע זיך אַליין,״ האָט רחל געזאָגט.
״איצט פֿאַרשטייסטו שוין?״ האָט דער זיידע געפֿרעגט. ״ווען דו קוקסט דורך גלאָז, זעסטו אַנדערע מענטשן, אָבער אויב דאָס גלאָז איז באַדעקט מיט אַ ביסל זילבער, זעסטו נאָר זיך אַליין. און אַזוי איז מיט אַלע מענטשן וואָס האָבן אַ ביסל זילבער.״
שפּריכווערטער
רעדן איז זילבער; שווײַגן איז גאָלד.
אַ מענטש טראַכט און גאָט לאַכט.
Text Transcript

Chapter 11
חנוכּה
Chanukah
Chapter Eleven (PDF)
חנוכּה
Audio Recording
חנוכּה אוי חנוכּה
Song
עלפֿטע לעקציע
דער יום־טובֿ חנוכּה
חנוכּה איז אַ פֿריילעכער ייִדישער יום־טובֿ. עס איז אַ יום־טובֿ פֿון אַכט טעג. חנוכּה־צײַט צינדן ייִדן אָן חנוכּה־ליכטלעך. דעם ערשטן אָוונט הייבט מען אָן מיט איין ליכטל; דעם צווייטן טאָג צינדט מען אָן צוויי, נאָך דעם דרײַ, און דעם לעצטן טאָג ברענגען שוין אַכט ליכטלעך. די ליכטלעך שטעלט מען אַרײַן אין אַ חנוכּה־לאָמפּ.
לכּבֿוד וואָס צינדט מען אָן די ליכטלעך? לכּבֿוד דעם נס פֿון חנוכּה. אַ מאָל, מיט צוויי טויזנט יאָר צוריק, האָט דער סירישער מלך אַנטיוכוס באַפֿוילן, אַז ייִדן אין ארץ־ישׂראל זאָלן אויפֿהערן צו דינען זייער גאָט און זאָלן ווערן געצן־דינערס. אין בית־המקדש האָט ער אַרײַנגעשטעלט אַ געץ. די ייִדן פֿון ארץ־ישׂראל האָבן דעמאָלט געמאַכט אַן אויפֿשטאַנד קעגן דעם מלך. דעם אויפֿשטאַנד האָט געפֿירט די העלדישע משפּחה פֿון די חשמונאים — אַ טאַטע מיט פֿינף זין. די ייִדן האָבן געוווּנען. זיי האָבן אַרויסגעוואָרפֿן דעם סירישן מלך פֿון ארץ־ישׂראל און די געצן פֿון בית־המקדש. ווען די חשמונאים זײַנען אַרײַנגעקומען אין בית־המקדש, האָבן זיי דאָרטן געפֿונען אַ קריגל מיט בוימל פֿאַר דער מנורה. אין קריגל איז געווען גענוג בוימל נאָר אויף איין טאָג. אָבער עס איז געשען אַ גרויסער נס, און דער בוימל האָט געקלעקט אויף אַכט טעג. לכּבֿוד דעם נס צינדן מיר הײַנט אָן חנוכּה־ליכטלעך.
חנוכּה־צײַט עסט מען בײַ ייִדן לאַטקעס און מען שפּילט אין דריידל. אויף די זײַטן פֿון אַ דריידל שטייען די אותיות נ ג ה ש — ״נס גדול היה שם״ (אַ גרויסער נס איז דאָרט געשען).
חנוכּה־צײַט קריגן קינדער אַ מתּנה: מען גיט זיי חנוכּה־געלט.
עס זײַנען דאָ אַ סך לידער לכּבֿוד חנוכּה. לאָמיר זיך אויסלערנען זינגען דאָס ליד:
חנוכּה, אוי חנוכּה, אַ יום־טובֿ אַ שיינער,
אַ לוסטיקער, אַ פֿריילעכער, ניטאָ נאָך אַזוינער.
אַלע טאָג אין דריידל שפּילן מיר,
הייסע גוטע לאַטקעס עסן מיר.
געשווינדער צינדט, קינדער,
די חנוכּה־ליכטעלעך אָן!
לאָמיר אַלע אין איינעם
צום יום־טובֿ דעם שיינעם
זינגען און טאַנצן אין קאָן.
Text Transcript

Chapter 12
דער יום-טובֿ פּורים
Purim
Chapter Twelve (PDF)
דער יום-טובֿ פּורים
Audio Recording
אַ ליד לכּבֿוד פּורים
Song
צוועלפֿטע לעקציע
דער יום־טובֿ פּורים
פּורים איז אויך אַ פֿריילעכער יום־טובֿ לכּבֿוד אַ נס אין דער ייִדישער געשיכטע. אין פּערסיע, דערציילט מען, איז אַ מאָל געווען אַ מלך אַחשוורוש וואָס האָט געהאַט אַ מיניסטער המן. איין מאָל האָט המן אויסגעטראַכט אַ פּלאַן, מען זאָל אומברענגען אַלע ייִדן. אַחשוורוש האָט געהאַט אַ ייִדישע מלכּה אסתּר. ווען אסתּר האָט געהערט וועגן דעם פּלאַן, האָט זי איינגערעדט דעם מלך, ער זאָל ניט לאָזן אומברענגען די ייִדן. דער מלך האָט איר געפֿאָלגט. מען האָט אויפֿגעהאַנגען המנען, און די ייִדן פֿון פּערסיע זײַנען געבליבן לעבן. מרדכי, אסתּרס פֿעטער, איז געוואָרן דער מיניסטער אָנשטאָט המנען.
לכּבֿוד פּורים ״שלאָגט״ מען המנען מיט אַ גראַגער. מען עסט המן־טאַשן און מען שיקט שלח־מנות צו אַלע פֿרײַנד. אָפֿט שטעלט מען אויך פֿאַר אַ פּורים־שפּיל וועגן דער מעשׂה מיט אַחשוורושן און המנען. אין ייִדישע שטעט אין אייראָפּע זײַנען געווען פּורים־שפּילערס וואָס זײַנען געגאַנגען פֿון הויז צו הויז און האָבן פֿאָרגעשטעלט זייערע שפּילן. ווען זיי האָבן געענדיקט שפּילן, האָבן זיי געזאָגט:
הײַנט איז פּורים, מאָרגן איז אויס.
גיט אונדז אַ גראָשן און וואַרפֿט אונדז אַרויס!
אַ ליד לכּבֿוד פּורים
הײַנט איז פּורים, ברידער,
עס איז דער יום־טובֿ גרויס.
לאָמיר זינגען לידער
און גיין פֿון הויז צו הויז.
לאַך, מרדכילע, לאַך,
אַ יום־טובֿל מאַך.
קינדסקינדער געדענקען דעם נס.
זינגט, קינדערלעך, זינגט,
טאַנצט פֿריילעך און שפּרינגט,
דעם טײַערן טאָג ניט פֿאַרגעסט.
הײַנט איז פּורים, ברידער,
עס איז דער יום־טובֿ גרויס.
לאָמיר זינגען לידער
און גיין פֿון הויז צו הויז.
Text Transcript

Chapter 13
דער זיידע דערציילט
Grandfather Recounts his Story
Chapter Thirteen (PDF)
דער זיידע דערציילט
Audio Recording
דרײַצנטע לעקציע
דער זיידע דערציילט
״זיידע, דו האָסט אַ ביסל צײַט?״
״יאַ, משה, וואָס איז?״
״דערצייל מיר, ווי דו ביסט געקומען קיין אַמעריקע.״
״גוט, משה, וואָס ווילסטו וויסן?״
״איך וויל וויסן אַלץ. פֿריִער דערצייל מיר וועגן דער אַלטער היים. פֿון וואַסער שטאָט קומסטו?״
״איך בין אויפֿגעוואַקסן אין זשיטאָמיר, אין רוסלאַנד. דאָרטן בין איך געגאַנגען אין חדר.״
״וואָס איז אַ חדר, זיידע?״
״אַ חדר איז אַ טראַדיציאָנעלע שול, וווּ מען לערנט חומש מיט רשי, גמרא און אַלץ וואָס אַ ייִנגל דאַרף וויסן צו זײַן אַ פֿרומער ייִד. דער חדר איז געווען בײַם רבין אין דער היים. דער רבי איז געווען זייער אַן אָרעמער און זײַן הויז זייער אַ קליינס. האָבן מיר אַלע געלערנט אַרום אַ קליינעם טיש. אין חדר בין איך געגאַנגען ביז איך בין געוואָרן בר־מיצווה. נאָך דעם איז מײַן טאַטע געשטאָרבן, און איך האָב געדאַרפֿט אָנהייבן צו אַרבעטן. אַן אײַנבינדער האָט מיך גענומען צו זיך, און איך בין געוואָרן אַ לערנייִנגל בײַ אים.״
״און פֿאַר וואָס ביסטו אַוועקגעפֿאָרן פֿון זשיטאָמיר?״
״אין רוסלאַנד איז געקומען זייער אַ שלעכטע צײַט. מען האָט געמאַכט פּאָגראָמען אויף ייִדן, און די אַרעמקייט איז געווען אַ גרויסע. מײַן ברודער איז שוין דעמאָלט געווען אין אַמעריקע. וועגן אַמעריקע האָט מען דערציילט, אַז דאָרטן וואַלגערט זיך גאָלד אויף די גאַסן. מען האָט גערעדט וועגן שיפֿפּוצערס וואָס האָבן זיך אַרויפֿגעאַרבעט און זײַנען געוואָרן מיליאָנערן. האָב איך באַשלאָסן אַוועקצופֿאָרן צו מײַן ברודער.״
״דו האָסט באַלד געקראָגן אַ וויזע?״
״דעמאָלט האָט מען נאָך ניט געדאַרפֿט האָבן קיין וויזעס צו פֿאָרן קיין אַמעריקע. מײַן ברודער האָט מיר געשיקט אַ שיפֿסקאַרטע און געשריבן, איך זאָל קומען.״
״ביסטו אַוועקגעפֿאָרן?״
״יאָ. מיר האָבן געגנבֿט דעם גרענעץ קיין עסטרײַך, און נאָך דעם זײַנען מיר געפֿאָרן מיט דער באַן קיין ווין. אין אַלע גרויסע שטעט אין אייראָפּע זײַנען דעמאָלט געווען קאָמיטעטן וואָס האָבן געהאָלפֿן די עמיגראַנטן. מען האָט אונדז געהאָלפֿן קומען ביז האַמבורג, און דאָרטן זײַנען מיר אַרויפֿגעגאַנגען אויף דער שיף.״
״ווי אַזוי האָסטו זיך באַקענט מיט דער באָבע רבֿקה?״
״זי איז געווען מײַן שיפֿשוועסטער. מיט אונדז אויף דער שיף איז געווען נאָך איין מיידל, זייער אַ שיינס. זי איז געפֿאָרן פֿון אַ שטעטל לעבן וואַרשע צום טאַטן אין אַמעריקע. מיר האָבן זיך באַקענט אויף דער שיף, און דאָ אין לאַנד האָבן מיר חתונה געהאַט.״
״ווי האָסטו געפֿונען דײַן ברודער?״
״דער ברודער האָט אויף מיר געוואַרט בײַ דער שיף. דו פֿאַרשטייסט שוין אַליין, אַז ער איז ניט געווען איינער פֿון די מיליאָנערן. ער האָט געאַרבעט ווי אַ שנײַדער אין אַ סוועטשאַפּ אין וויליאַמסבורג. האָב איך אויך אָנגעהויבן אַרבעטן. נאָך דעם בין איך געוואָרן אַ פּעדלער און בין אַרומגעגאַנגען פֿון הויז צו הויז. איך האָב פֿאַרקויפֿט זאָקן, קעמלעך, נאָדלען, ווען איך האָב פֿאַרדינט אַ ביסל געלט, האָב איך געקויפֿט אַ קראָם. פֿון דעמאָלט אָן איז דאָס לעבן שוין ניט געווען אַזאַ שווערס.״
Text Transcript

Chapter 14
אַ בריוו פֿון אייראָפע פֿון יאָר 1948
A Letter from Europe in 1948
Chapter Thirteen (PDF)
אַ בריוו פֿון אייראָפע פֿון יאָר 1948
Audio Recording
פֿערצנטע לעקציע
אַ בריוו פֿון אייראָפּע פֿון יאָר 1948
״טײַערער משה!
״דײַן מאַמע האָט מיר געשריבן, אַז דו לערנסט זיך איצט ייִדיש, און איך פֿריי זיך, אַז איך קען דיר שרײַבן אַ ייִדישן בריוו. איך וויל דיר אַ ביסל דערציילן וועגן אונדזער לעבן.
״מיר זײַנען שוין דאָ אין דײַטשלאַנד דרײַ יאָר, און מיר קענען נאָך אַלץ פֿון דאַנען ניט אַוועקפֿאָרן. איך האָב געהאָפֿט צו קענען פֿאָרן קיין ארץ־ישׂראל צו מײַן שוועסטער חנהן. דו ווייסט דאָך, אַז זי איז שוין דאָרטן פֿון פֿאַר דער מלחמה, צוזאַמען מיט איר מאַן. אָבער איצט לאָזט מען אַהין ניט פֿאָרן. קיין אַמעריקע קענען מיר אויך ניט פֿאָרן, ווײַל איך און מײַן פֿרוי זײַנען אויף דער פּוילישער קוואָטע, און מיר דאַרפֿן וואַרטן אויף אַן אַמעריקאַנער וויזע אַ סך יאָרן. מוזן מיר דערווײַל בלײַבן דאָ אין דײַטשלאַנד, צווישן מענטשן וואָס האָבן אומגעברענגט אָדער געהאָלפֿן אומברענגען אונדזערע ברידער. אָפֿט טראַכטן מיר, אַז די וועלט האָט אונדז פֿאַרגעסן. דער סוף פֿון אונדזערע צרות איז נאָך אַזוי ווײַט!
״מײַן ברודער יוסף האָבן די דײַטשן אומגעברענגט, און מיר ווייסן אַפֿילו ניט, ווען זײַן יאָרצײַט איז. צוזאַמען מיט אונדז וווינט איצט מײַן אַנדערער ברודער אַבֿרהם. די דײַטשן האָבן אים גענומען אויף אַרבעט צוזאַמען מיט נאָך פֿיר טויזנט מענער פֿון וואַרשעווער געטאָ. זיי זײַנען געווען אין אַ קאָנצענטראַציע־לאַגער און האָבן געבויט וועגן. פֿאַרן סוף פֿון דער מלחמה זײַנען זיי אַנטלאָפֿן פֿון קאָנצענטראַציע־לאַגער און האָבן זיך באַהאַלטן אין וואַלד. דערווײַל האָבן אַבֿרהמס פֿרוי און זײַן טאָכטער זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר קריסטן און האָבן זיך באַהאַלטן אין דעם ניט־ייִדישן טייל שטאָט. זיי האָבן געאַרבעט ווי דינסטן אין אַ פּויליש הויז. קיינער האָט ניט געטאָרט וויסן, אַז זיי זײַנען ייִדן. זיי האָבן געזען, ווי די דײַטשן שטורעמען די געטאָ מיט טאַנקען און אַעראָפּלאַנען. אין געטאָ האָבן זיך געשלאָגן מענער, פֿרויען און קינדער; אָבער זיי אַליין זײַנען געווען צווישן קריסטן און האָבן גאָרניט געקענט טאָן.
״נאָך דער באַפֿרײַונג האָט אַבֿרהם געפֿונען זײַן פֿרוי און טאָכטער. ווי דורך אַ נס זײַנען אַלע דרײַ געבליבן לעבן. נאָך צוויי יאָר זײַנען זיי געקומען אַהער.
״אַ דאַנק אײַך פֿאַר אַלע אײַערע בריוו. מיר האָבן דאָ ניט גענוג צו לייענען, וויל איך אײַך איך בעטן, איר זאָלט אונדז שיקן ייִדישע ביכער, זשורנאַלן און צײַטונגען. בײַ אײַך אין ניו־יאָרק דרוקט מען דאָך אַ סך אויף ייִדיש.
״זײַ געזונט.
דײַן פֿעטער
שמואל״
Text Transcript

Chapter 15
די ייִדישע נבֿיאים
The Jewish Prophets
Chapter Fifteen (PDF)
די ייִדישע נבֿיאים
Audio Recording
הער שוין דו שיין מיידעלע
Song
פֿופֿצנטע לעקציע
די ייִדישע נבֿיאים
אַ נבֿואה פֿון תּנך
ייִדן רופֿט מען אַ מאָל ״דאָס פֿאָלק פֿון בוך״, ווײַל זיי האָבן געברענגט דער וועלט דעם תּנך. די גאַנצע וועלט לייענט און לערנט דעם תּנך אין העברעיִשן אָריגינאַל און אויף אַנדערע שפּראַכן. אין תּנך געפֿינען מיר אַזאַ נבֿואה פֿונעם גרויסן נבֿיא ישעיה:
און עס וועט זײַן אין סוף פֿון די טעג,
שטאַרק וועט שטיין דער באַרג פֿון גאָטס הויז,
אַלע פֿעלקער וועלן צו אים שטראָמען,
און אַ סך פֿעלקער וועלן גיין און וועלן זאָגן:
קומט, לאָמיר אַרויפֿגיין צו דעם באַרג פֿון גאָט,
צום הויז פֿון דעם גאָט פֿון יעקבֿ;
און ער וועט אונדז לערנען פֿון זײַנע וועגן,
און מיר וועלן גיין אין זײַנע שטעגן;
ווײַל פֿון ציון וועט אַרויסגיין לערנונג
און גאָטס וואָרט פֿון ירושלים.
און ער וועט מישפּטן צווישן די פֿעלקער
און זיי וועלן שמידן זייערע שווערדן אויף אַקער־אײַזנס
און זייערע שפּיזן אויף צווײַגנמעסערס.
אַ פֿאָלק קעגן אַ פֿאָלק וועט ניט אויפֿהייבן קיין שווערד,
און מען וועט זיך מער ניט לערנען קיין מלחמה.
אַ מעשׂה מיט אליהו־הנבֿיא
אַ מאָל זײַנען געווען צוויי ברידער, ייִדישע בעל־מלאכות. זיי האָבן שווער געאַרבעט און גוט פֿאַרדינט. איין מאָל האָט אַ רײַכער מאַן אין דער שטאָט, ווי זיי האָבן געוווינט, געוואָלט פֿאַרקויפֿן איינס פֿון זײַנע גרויסע הײַזער. קיינער פֿון די קריסטן אין שטאָט האָט ניט געהאַט גענוג געלט צו קויפֿן דאָס הויז. האָבן עס די צוויי ברידער געקויפֿט.
האָבן די קריסטן געזאָגט: ״זעט, ייִדן נעמען שוין ווידער אונדזערע זאַכן!״ און זיי האָבן באַשלאָסן צו נעמען נקמה אין די צוויי ברידער. האָט מען אונטערגעוואָרפֿן לעבן הויז פֿון די ברידער אַ טויטן און מען האָט געזאָגט, אַז די ייִדן האָבן אומגעברענגט אַ קריסט צו ניצן זײַן בלוט אויף פּסח. מען האָט די ברידער אַרײַנגעזעצט אין תּפֿיסה.
אַ לאַנגע צײַט זײַנען זיי געזעסן אין תּפֿיסה, און אַלע טאָג האָט מען געפֿונען נײַע ״עדות״ וואָס האָבן ״געזען״, ווי די ייִדן האָבן אומגעברענגט דעם קריסט און געניצט זײַן בלוט. האָט מען די ייִדן געמישפּט און זיי פֿאַרמישפּט צום טויט.
אין דער נאַכט פֿאַר דער עקזעקוציע האָט זיך איינעם פֿון די ברידער געחלומט, אַז עס קומט צו אים אליהו־הנבֿיא, אַן אַלטער מאַן מיט אַ ווײַסער באָרד און גוטע, ווייכע אויגן, און זאָגט צו אים: ״פֿאָרליר ניט דעם בטחון, מײַן זון. איך וועל ראַטעווען דיך און דײַן ברודער. שלאָף רויִק, גאָט האָט אײַך ניט פֿאַרגעסן.״
דער טאָג פֿון דער עקזעקוציע איז געקומען. דער מלך און דאָס גאַנצע פֿאָלק זײַנען געקומען זען, ווי מען הענגט אויף די ייִדן. די צוויי ברידער זײַנען שוין געשטאַנען לעבן דער תּליה. נאָר פּלוצלינג איז געוואָרן אַ טומל צווישן פֿאָלק. אַן אַלטער מאַן מיט אַ שווערד אין דער האַנט האָט זיך דורכגעריסן צום מלך און האָט אויסגעשריגן:
״מלך! די צוויי ברידער זײַנען אומשולדיק. זיי האָבן גאָרניט געטאָן. שולדיק זײַנען די!״ און ער האָט אים געוויזן די זעכס מענטשן וואָס האָבן אונטערגעוואָרפֿן דעם טויטן און וואָס זײַנען געזעסן צווישן פֿאָלק, נאָענט צו דער תּליה.
מען האָט געברענגט די זעכס מענטשן פֿאַרן מלך. זיי האָבן זיך מודה געווען. מען האָט באַלד באַפֿרײַט די צוויי ברידער און געברענגט זיי אין זייער נײַ הויז וואָס זיי האָבן געקויפֿט. די ברידער האָבן געדאַנקט גאָט, וואָס ער האָט זיי געשיקט אליהו־הנבֿיא, און האָבן געשאָנקען אַ גרויסן טייל פֿון זייער געלט פֿאַר אָרעמע.
די מעשׂה און אַ סך אַנדערע מעשׂיות דערציילט דאָס ייִדישע פֿאָלק וועגן דעם גוטן אליהו־הנבֿיא.
Text Transcript

Chapter 16
אַנדערע מעשׂיות
More Stories
Chapter Sixteen (PDF)
אַנדערע מעשׂיות
Audio Recording
טום באַלאַלײַקע
Song
זעכצנטע לעקציע
פֿילאָסאָפֿיע
אַ בחור האָט געדאַרפֿט חתונה האָבן, האָט ער געדאַרפֿט זיך באַקענען מיט דער כּלה. ער איז אָבער געווען אַ גרויסער נאַר און ער האָט מורא געהאַט, אַז ווען ער וועט גיין צו גאַסט צו דער כּלה, וועט ער ניט וויסן וועגן וואָס צו רעדן. האָט זײַן טאַטע אויף אים רחמנות געהאַט און אים געגעבן אַן עצה: ״ווען דו וועסט קומען צו דער כּלה, זאָלסטו אָנהייבן רעדן וועגן ליבע. נאָך דעם וועסטו רעדן וועגן משפּחה. צום סוף זאָלסטו רעדן וועגן פֿילאָסאָפֿיע.״
האָט דאָס דער בחור גוט געדענקט. ער איז געקומען צו דער כּלה. אַלע זײַנען געזעסן בײַם טיש, חתן־כּלה און די מחותּנים. נאָך דעם זײַנען די מחותּנים אַרויסגעגאַנגען און האָבן געלאָזט דעם חתן און די כּלה אַליין. דער בחור האָט געוווּסט, אַז ער דאַרף רעדן וועגן ליבע, וועגן משפּחה און וועגן פֿילאָסאָפֿיע. פֿרעגט ער די כּלה: ״איר האָט ליב לאָקשן?״ זאָגט זי: ״יאָ, פֿאַר וואָס זאָל איך ניט ליב האָבן קיין לאָקשן? ווער האָט פֿײַנט לאָקשן?״ האָט ער שוין געענדיקט מיט ליבע. פֿרעגט ער ווײַטער: ״איר האָט אַ ברודער?״ ענטפֿערט די כּלה: ״ניין, קיין ברודער האָב איך ניט.״ דאָס הייסט, אַז דער בחור האָט שוין גערעדט וועגן ליבע און וועגן משפּחה אויך, און ער דאַרף נאָך רעדן וועגן פֿילאָסאָפֿיע. פֿרעגט ער בײַ דער כּלה: ״און אויב איר וואָלט געהאַט אַ ברודער, וואָלט ער ליב געהאַט לאָקשן?״
פֿריִער מוז מען קענען
אין כעלעם איז געווען אַ טיפּער טײַך. אין איין וואָך האָבן זיך דאָרטן דערטרונקען צוויי מענטשן בעת זיי האָבן זיך געבאָדן. ווען די כעלעמער ייִדן האָבן דאָס געהערט, האָבן זיי באַשלאָסן:
״דאָס טאָר מער ניט געשען. פֿון איצט אָן טאָר קיינער ניט אַרײַנגיין אין וואַסער, אויב ער קען ניט פֿריִער שווימען.״
זיבן מיט זיבן איז עלף
אַ כעלעמער ייִדענע איז אַ מאָל אַרײַנגעגאַנגען אין אַ קראָם און האָט געקויפֿט אַ הערינג און אַ לעבל ברויט. ״וויפֿל קאָסט דאָס?״ האָט זי געפֿרעגט דעם קרעמער.
״פֿערצן גראָשן,״ ענטפֿערט איר דער קרעמער.
״פֿאַר וואָס פֿערצן?״ פֿרעגט די ייִדענע, ״איך מיין, אַז עלף.״
רעכנט דער קרעמער: דער הערינג קאָסט זיבן גראָשן און דאָס לעבל ברויט אויך זיבן גראָשן. אין צוזאַמען, דאָכט זיך, פֿערצן.
״איך ווייס ניט, ווי איר ציילט,״ זאָגט די ייִדענע, ״נאָר איך בין זיכער, אַז זיבן מיט זיבן איז עלף.״
״וואָס רעדט איר?״
״איך וועל אײַך באַלד דערקלערן, פֿון וואַנען איך ווייס, אַז זיבן מיט זיבן איז עלף. איך האָב געהאַט פֿיר קינדער, ווען מײַן מאַן איז געשטאָרבן. האָב איך ווידער חתונה געהאַט, און מײַן צווייטער מאַן האָט שוין געהאַט פֿיר קינדער פֿון זײַן ערשטער פֿרוי. נאָך דעם האָבן מיר געהאַט דרײַ קינדער צוזאַמען. דאָס הייסט, אַז יעדערער פֿון אונדז האָט געהאַט זיבן קינדער, און צוזאַמען האָבן מיר עלף. איצט גלייבט איר שוין?״
שפּריכווערטער
עס ניט די לאָקשן פֿאַר שבת.
כאַפּ ניט די לאָקשן פֿאַר די פֿיש.
יעדער מענטש ווייסט, אַז ער וועט שטאַרבן, אָבער קיינער וויל עס ניט גלייבן.
Text Transcript

Chapter 17
ייִדישע סטאַטיסטיק
Jewish Statistics
Chapter Seventeen (PDF)
ייִדישע סטאַטיסטיק
Audio Recording
זיבעצנטע לעקציע
ייִדישע סטאַטיסטיק
אין 1840 (אַכצן הונדערט פֿערציק) זײַנען געווען אויף דער וועלט אַן ערך 4,500,000 (פֿיר מיליאָן פֿינף הונדערט טויזנט) ייִדן. פֿון זיי האָבן נאָר 50,000 (פֿופֿציק טויזנט) געוווינט אין אַמעריקע. אין 1939 (נײַנצן הונדערט נײַן און דרײַסיק), פֿאַר דער לעצטער וועלט־מלחמה, זײַנען געווען אויף דער וועלט 16,728,000 (זעכצן מיליאָן זיבן הונדערט אַכט און צוואַנציק טויזנט) ייִדן.
פֿון זיי זײַנען 57 (זיבן און פֿופֿציק) פּראָצענט געווען אין אייראָפּע און 33 (דרײַ און דרײַסיק) פּראָצענט אין אַמעריקע. אין 1945, שאַצט מען, זײַנען געבליבן אויף דער וועלט עלף מיליאָן ייִדן; אַנדערע שאַצן אַפֿילו, אַז נאָר 10,395,000 (צען מיליאָן דרײַ הונדערט פֿינף און נײַנציק טויזנט) ייִדן זײַנען געבליבן לעבן. אין 1966 איז די צאָל ייִדן אין דער וועלט געווען אַן ערך 13,500,000 (דרײַצן אַ האַלב מיליאָן); אַן ערך 50 (פֿופֿציק) פּראָצ׳ אין אַמעריקע, 30 (דרײַסיק) פּראָצ׳ אין אייראָפּע (צוזאַמען מיט די אָזיאַטישע טיילן פֿון רוסלאַנד און טערקײַ), 18 (אַכצן) פּראָצ׳ אין אַזיע, 1.5 (אַנדערטהאַלבן) פּראָצ׳ אין אַפֿריקע און ווייניקער ווי אַ האַלבער פּראָצענט אין אויסטראַליע. פֿון די ייִדן אין אַזיע וווינען מער ווי 90 (נײַנציק) פּראָצענט אין ישׂראל. בײַ די אַלע צאָלן מוז מען זאָגן ״מען שאַצט״ אָדער ״אַן ערך״, ווײַל אין אַ סך לענדער, און אויך אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, פֿרעגט ניט דער צענזוס, צו וואָסער פֿאָלק די מענטשן געהערן.
דער זייגער גייט ניט
אַ כעלעמער ייִנגל איז געקומען צו דער מאַמע און האָט געוויינט: ״מאַמע, מײַן זייגער איז געפֿאַלן!״
״אוי וויי, יעקעלע,״ האָט די מאַמע געשריגן. ״וויין ניט און זע בעסער, צי ער גייט נאָך!״
״צי ער גייט?״ האָט יעקעלע געפֿרעגט און נאָך מער געוויינט. ״ניין, ער גייט ניט, ער ליגט אויף דער ערד!״
ווער האָט דיך דערציילט?
— טרעף, ווען מײַן טאָכטער האָט חתונה.
— זונטיק?
— ניין.
— מאָנטיק?
— ניין.
— דינסטיק?
— ניין.
— מיטוואָך? דאָנערשטיק? פֿרײַטיק?
— ניין, ניין, ניין.
— שבת צו נאַכט?
— יאָ. ווי האָסטו געטראָפֿן? אפֿשר האָט מען דיך שוין דערציילט?

Text Transcript

Chapter 18
און נאָך אַנדערע מעשׂיות
And Even More Stories
Chapter Eighteen (PDF)
און נאָך אַנדערע מעשׂיות
Audio Recording
בולבעס
Song
אַכצנטע לעקציע
ניט זײַן היטל
״עס איז גאָרניט שיין,״ האָט אַ כעלעמער געזאָגט צו אַ קליין ייִנגל אין גאַס. ״דו זעסט, אַז עס גייט אַן אַלטער מענטש, און דו נעמסט ניט אַראָפּ פֿאַר אים דאָס היטל.״
״עס מאַכט ניט אויס,״ האָט דאָס ייִנגל געענטפֿערט. ״עס איז ניט מײַן היטל, עס איז מײַן ברודערס.״
דאָס הייסט אַלט?
״דו ווייסט, דוד, מײַן זיידע איז שוין אַלט פֿינף און אַכציק יאָר!״
״דאָס רופֿסטו ׳אַלט׳? ווען מײַן זיידע וואָלט געלעבט, וואָלט ער שוין הײַנט אַלט געווען 102 יאָר!״
דער זייגער אויפֿן טורעם
משה: פֿאַר וואָס זײַנען דאָ זייגערס פֿון דרײַ זײַטן פֿון טורעם פֿון ראָטהויז?
אַבֿרהם: דו ווייסט ניט? ווען איינער קומט, וויפֿל עס איז דער זייגער, זאָלן אַנדערע דערווײַל ניט דאַרפֿן וואַרטן.
דער נודניק
״דאָקטער, איך מוז מיר העלפֿן.״
״וואָס טוט אײַך וויי?״
״מיר טוט גאָרניט וויי, אָבער איך רעד אָפֿט צו זיך אַליין.״
״דאָס מאַכט ניט אויס. איך רעד אויך אַ מאָל צו זיך אַליין.״
״יאָ, דאָקטער, אָבער איר ווייסט ניט, סאַראַ נודניק איך בין!״
בולבעס
זונטיק בולבעס, מאָנטיק בולבעס,
דינסטיק און מיטוואָך בולבעס,
דאָנערשטיק און פֿרײַטיק בולבעס;
שבת אין אַ נאָווענע אַ בולבע־קוגעלע,
זונטיק ווײַטער בולבעס.
אָבער בולבעס, ווײַטער בולבעס,
נאָך אַ מאָל און ווידער בולבעס,
הײַנט און מאָרגן בולבעס;
שבת נאָכן טשאָלנט אַ בולבע־קוגעלע,
זונטיק ווײַטער בולבעס.
ברויט מיט בולבעס, פֿיש מיט בולבעס,
וואַרעמעס און וועטשערע בולבעס,
אָבער און ווידער בולבעס;
שבת נאָכן טשאָלנט אַ בולבע־קוגעלע,
זונטיק ווײַטער בולבעס!